וזה שער השמים

געגרונדעט גיווארן אין יאר תר"ל
ע"י מרן רביה"ק די שינאווער רב זיע"א
בשליחות פון זיין טאטע רביה"ק די צאנזער רב זיע"א

 . image
וזה שער השמים
צווישן די שמאלע צפת'ער געסלעך און די גאלדענע בא'חנט'ע טרעפ, שטייגט ארויס דער הייליגער קלויז; אן ארט וואס פארמאגט א גלארייכע היסטאריע פון הונדערטע יאר, א שוהל וואס האט שוין צוגעזען פעסער מיט אידישע טרערן, א מקום וואס צענדליגע קדושי עליון האבן אויסגעקליבן דווקא דארט צו קובע זיין תפילתם הרוממה.
דער דאזיגער קלויז פארמאגט א באזונדערע חשיבות און הייליגקייט, דערפאר צדיקים האבן שטענדיג געגארט און געשטרעבט דארט צו מתפלל זיין א תפילה, אין דעם ארט וואס צדיקי קדמאה האבן דערויף מעיד געווען אז דארט געפינט זיך דער שער השמים. עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מקפיד געווען, ווען אימער זיי האבן באזוכט צפת, נישט אויסצולאזן א באזוך אדער א תפילה אין דעם הייליגן מקום, צוליב דעם וואס די תפילות אין דעם קלויז פארמאגט א באזונדערע חשיבות אין הימל.
נישט אומזינסט האבן צדיקים געזאגט אויפן קלויז, "אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים"!

 . image
די תפילות גייען דורך דעם קלויז
דער הייליגער שינאווער רב איז געקומען אויף ארץ ישראל בשליחות פון זיין הייליגן טאטע'ן, דער הייליגער צאנזער רב זיע"א,
כדי דאס אויפשטעלן דעם צאנזער קלויז.
דער כח התפילה פון דעם צאנזער רב איז געווען א שם-דבר אין די גאנצע חסידי'שע וועלט.
דעריבער איז נישט קיין וואונדער פארוואס עס האט געברענט פארן צדיק צו האבן א קלויז אין צפת.
ער זעלבסט האט דאס מטעים געווען,
אז וויבאלד אלע תפילות פון אידישע קינדער גייען דורך די שטאט צפת,
און ער וויל האבן זיין אייגענעם בית-המדרש אין צפת,
פון וואו זיינע תפילות און די תפילות פון די חסידים און גאנץ כלל ישראל וועלן דארט דורכגיין.

דער קלויז פועל'ט ישועות
עס ווערט דערציילט אז ווען אידן פלעגן קומען צום צאנזער רב מיט בקשות, צו געהאלפן ווערן מיט זרע-של-קיימא, פלעגט דער רב שיקן אז מען זאל זיך גיין באזעצן אין צפת און דאווענען אין דעם ארטיגן צאנזער קלויז. אזוי האבן זיך אויך געפירט די צאנזע קינדער און אייניקלעך לדורותיהם, אז מען פלעגט שיקן אידן קיין צפת, כדאי צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה.
ביז היינט זענען פארהאן אידן, וואס זענען געהאלפן געווארן דורך תפילות אין דעם הייליגן קלויז. אנדערע האבן צוגעזאגט געלט און שטיצע פאר דעם קלויז, און דורכדעם זענען זיי געהאלפן געווארן מיט פארשידענע סארט ישועות און רפואות. עס איז א קלארע פאקט אז במשך די צייט האט דער קלויז באוויזן וואונדער, און נישט אומזינסט. עס איז זעלטן פארהאן אזא ארט, מיט אזא אלטע רייכע היסטאריע, וואס צדיקים האבן מעיד געווען דערויף אזעלכע גרויסע זאכן.
. image
צאנזער רב בענטש' די וואס שטיצן זיין קלויז
אין שבת ביי קריאת-התורה, האט דער צאנזער רב געמאכט א באזונדערע מי-שברך פאר די וואס וועלן שטיצן דעם מקום קדוש. דער צאנזער רב האט מסביר געווען: "איך דארף אן ארט וואו מיינע תפילות זאלן ארויפגיין דורך דארט". פארשטייט זיך אז נאך אזעלכע ווערטער האט זיך דער עולם געלאזט קאסטן פאר צפת.
זינט דאן איז געווארן איינגעפירט דער סדר, אז איינמאל אין יאר האט הער געמאכט א מגבית אויסצוהאלטן דעם בית-המדרש אין צפת, און עס איז כסדר געשיקט געווארן געלט לטובת החזקת בית קדוש ונורא זה.

בית אלקים

דער צאנזער קלויז טראגט איר הייליגקייט און חשיבות, דערפאר וואס דאס איז דער איינציגסטער צאנזער קלויז וואס שטייט נאך פון די צייטן פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל, און האט שוין דעמאלס פארמאגט גאר א חשוב'ער ארט. הונדערט- דריי-און-פערציג יארצייט סעודות זענען שוין אפגעראכטן געווארן אין דעם קלויז, זינט די פטירה פון מרן בעל דברי חיים זצוק"ל. אביסל צו באגרייפן דאס חשיבות פון דעם קלויז, איז וויכטיג אנצוצייכענען אז כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע זצוקלה"ה פלעגט כסדר שיקן אידן וועלכע האבן געדארפט געהאלפן ווערן מיט ישועות, אז זיי זאלן אריבערפארן קיין צפת מתפלל זיין אין דעם מקום קדוש, געהאלפן צו ווערן דארט מיט כל מיני ישועות. ער זעלבסט פלעגט זיך אויסדריקן "ווער עס האט ליכטיגע אויגן, קען זען אז מיינע תפילות גייען ארויף העכער דעם ארון-קודש".
עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דער מקום ווערט אויפגעהאלטן בלויז פון נדרים ונדבות פון ערליכע אידן.
עס ווערט נישט גענומען קיין געלט פון מקומות זרים און דער כבוד בית-הכנסת ווערט געהאלטן אויפן העכסטן סטאנדארט.
מיר האפן, אז איר וועט אויסבעטן אלע גוטע ברכות, פאר אייך און פאר אייער שטוב, להתברך בכל מילי דמיטב.
  • תרפ"ט 8, צפת, ישראל
  • צאנזער קלויז בעיה"ק צפת תובב"א
*
*
אתר זה נבנה באמצעות