. image
די תפילות גייען דורך דעם קלויז
דער הייליגער שינאווער רב איז געקומען אויף ארץ ישראל בשליחות פון זיין הייליגן טאטע'ן, דער הייליגער צאנזער רב זיע"א,
כדי דאס אויפשטעלן דעם צאנזער קלויז.
דער כח התפילה פון דעם צאנזער רב איז געווען א שם-דבר אין די גאנצע חסידי'שע וועלט.
דעריבער איז נישט קיין וואונדער פארוואס עס האט געברענט פארן צדיק צו האבן א קלויז אין צפת.
ער זעלבסט האט דאס מטעים געווען,
אז וויבאלד אלע תפילות פון אידישע קינדער גייען דורך די שטאט צפת,
און ער וויל האבן זיין אייגענעם בית-המדרש אין צפת,
פון וואו זיינע תפילות און די תפילות פון די חסידים און גאנץ כלל ישראל וועלן דארט דורכגיין.

דער קלויז פועל'ט ישועות
עס ווערט דערציילט אז ווען אידן פלעגן קומען צום צאנזער רב מיט בקשות, צו געהאלפן ווערן מיט זרע-של-קיימא, פלעגט דער רב שיקן אז מען זאל זיך גיין באזעצן אין צפת און דאווענען אין דעם ארטיגן צאנזער קלויז. אזוי האבן זיך אויך געפירט די צאנזע קינדער און אייניקלעך לדורותיהם, אז מען פלעגט שיקן אידן קיין צפת, כדאי צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה.
ביז היינט זענען פארהאן אידן, וואס זענען געהאלפן געווארן דורך תפילות אין דעם הייליגן קלויז. אנדערע האבן צוגעזאגט געלט און שטיצע פאר דעם קלויז, און דורכדעם זענען זיי געהאלפן געווארן מיט פארשידענע סארט ישועות און רפואות. עס איז א קלארע פאקט אז במשך די צייט האט דער קלויז באוויזן וואונדער, און נישט אומזינסט. עס איז זעלטן פארהאן אזא ארט, מיט אזא אלטע רייכע היסטאריע, וואס צדיקים האבן מעיד געווען דערויף אזעלכע גרויסע זאכן.
אתר זה נבנה באמצעות