וזה שער השמיםצווישן די שמאלע צפת'ער געסלעך און די גאלדענע בא'חנט'ע טרעפ, שטייגט ארויס דער הייליגער קלויז; אן ארט וואס פארמאגט א גלארייכע היסטאריע פון הונדערטע יאר, א שוהל וואס האט שוין צוגעזען פעסער מיט אידישע טרערן, א מקום וואס צענדליגע קדושי עליון האבן אויסגעקליבן דווקא דארט צו קובע זיין תפילתם הרוממה.
דער דאזיגער קלויז פארמאגט א באזונדערע חשיבות און הייליגקייט, דערפאר צדיקים האבן שטענדיג געגארט און געשטרעבט דארט צו מתפלל זיין א תפילה, אין דעם ארט וואס צדיקי קדמאה האבן דערויף מעיד געווען אז דארט געפינט זיך דער שער השמים. עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מקפיד געווען, ווען אימער זיי האבן באזוכט צפת, נישט אויסצולאזן א באזוך אדער א תפילה אין דעם הייליגן מקום, צוליב דעם וואס די תפילות אין דעם קלויז פארמאגט א באזונדערע חשיבות אין הימל.
נישט אומזינסט האבן צדיקים געזאגט אויפן קלויז, "אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים"!