צאנזער רב בענטש' די וואס שטיצן זיין קלויזאין שבת ביי קריאת-התורה, האט דער צאנזער רב געמאכט א באזונדערע מי-שברך פאר די וואס וועלן שטיצן דעם מקום קדוש. דער צאנזער רב האט מסביר געווען: "איך דארף אן ארט וואו מיינע תפילות זאלן ארויפגיין דורך דארט". פארשטייט זיך אז נאך אזעלכע ווערטער האט זיך דער עולם געלאזט קאסטן פאר צפת.
זינט דאן איז געווארן איינגעפירט דער סדר, אז איינמאל אין יאר האט הער געמאכט א מגבית אויסצוהאלטן דעם בית-המדרש אין צפת, און עס איז כסדר געשיקט געווארן געלט לטובת החזקת בית קדוש ונורא זה.
בית אלקיםדער צאנזער קלויז טראגט איר הייליגקייט און חשיבות, דערפאר וואס דאס איז דער איינציגסטער צאנזער קלויז וואס שטייט נאך פון די צייטן פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל, און האט שוין דעמאלס פארמאגט גאר א חשוב'ער ארט. הונדערט- דריי-און-פערציג יארצייט סעודות זענען שוין אפגעראכטן געווארן אין דעם קלויז, זינט די פטירה פון מרן בעל דברי חיים זצוק"ל. אביסל צו באגרייפן דאס חשיבות פון דעם קלויז, איז וויכטיג אנצוצייכענען אז כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע זצוקלה"ה פלעגט כסדר שיקן אידן וועלכע האבן געדארפט געהאלפן ווערן מיט ישועות, אז זיי זאלן אריבערפארן קיין צפת מתפלל זיין אין דעם מקום קדוש, געהאלפן צו ווערן דארט מיט כל מיני ישועות. ער זעלבסט פלעגט זיך אויסדריקן "ווער עס האט ליכטיגע אויגן, קען זען אז מיינע תפילות גייען ארויף העכער דעם ארון-קודש".
עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דער מקום ווערט אויפגעהאלטן בלויז פון נדרים ונדבות פון ערליכע אידן.
עס ווערט נישט גענומען קיין געלט פון מקומות זרים און דער כבוד בית-הכנסת ווערט געהאלטן אויפן העכסטן סטאנדארט.
מיר האפן, אז איר וועט אויסבעטן אלע גוטע ברכות, פאר אייך און פאר אייער שטוב, להתברך בכל מילי דמיטב.